מיַין זיידע МОЙ ДЕД

Всё о языке идиш

Moderator: Ontario14

Forum rules
На форуме обсуждаются высказывания участников, а не их личные качества. Запрещены любые оскорбительные замечания в адрес участника или его родственников. Лучший способ защиты - не уподобляться!
Post Reply
Семен Цванг
активный участник
Posts: 73
Joined: Sat Mar 22, 2008 8:13 am

מיַין זיידע МОЙ ДЕД

Post by Семен Цванг »

מיַין זיידע
/перевод Сары Зингер/

כ'געדענק אין גאנצן ניט מיַין זיידן.
קיין טאָג מיט אים כ'האָב ניט געלעבט.
איצט מיט זיַין בליק דעם קלוגן, איידעלן,
ער קוקט אויף מיר פונעם פּאָרטרעט

ער איז געוועקסיק און ברייטפּלייציק,
און פעסטגעבויט ער איז, און שלאנק.
ער זעט אויס מוטיק און גוטהארציק,
מיַין זיידע – לערער מארקוס צוואנג.

פארליבט ער איז געווען אין רוסלאנד.
אין לשון רוסישן – בפרט.
"ס'פאָלק האָט געפונען דאָ זיַין היימלאנד!" –
אזוי דעם זיידן ט'זיך געדאכט.

א וווּנדערשול ער האָט געגרינדעט,
און שטאָלץ געווען מיט דעם אזוי,
וואָס לערנען דאָרט ייִדישע קינדער
טורגעניעווס, פּושקינס ווערק, טאָלסטויס.

מיַין זיידע הויך ט'געשאצט די שפּאגע,
וווּ אויסגעקריצט ז'געווען גענוי:
"זא פּאָדוויג וו פּראָסוועשטשעניע – צוואנגו.
ס פּאָטשטעניעם. ניקאָליַי ווטאָרוי."*

נאָר ווען אראָפּגעקיַיקלט האָט זיך
פונ'ם צאר אין טיפן תהום די קרוין,
פון בלוט געוואָרן רויט די פאָנען,
און ס'ווערט דאָרט לענין פירער שוין...

ז'ג ז'געלונגען מ'זיידן דאן געפינען
אדאנק זיַין חוש, דעם רעכטן וועג:
גליַיך אין געפאר, קיין פּאלעסטינע,
פאר ארץ פירן דאָס געשלעג!

געווען איז גרויס אונדזער משפּחה,
פאראייניקט זי ז'געווען און פעסט.
נאָר ס'גאנצע לאנד האָט דאן געשטורעמט.
האָט די משפּחה זיך צעצווייט...

ווער האָט דערהערט דעם רוף דעם זיידנס –
די אלטע היים פארלאָזט האָט גיך,
מיט אים בראָש, מיט אים אינאיינעם
דערשלאָגן זיך קיין תל-אביב.

שטאָלירט דער זיידע ט'מיט ישׂראל,
וווּ ביז זיַין עלטער ר'האָט דערלעבט.
און אונדז, פארבליבענע, פיל צרות,
פיל אומגליקן ז'געווען באשערט.

באשערט געווען אונדז, ליבער זיידע,
זיך אויף יאָרצענדליקער צעשיידן.
דיַין דריטער, פערטער דור לעם קבר
לעם דיַינעם איצט מיר אלע שטייען.

דאָס ערשטע מאָל באזוכט מיר האָבן
היַינט דיַין מצבה – מ'גרויען שטיין.
ס'א שאָד, וואָס איבערציַיגט געוואָרן
אין דיַין גערעכטקייט כ'בין צו שפּעט.
_ _ _ _ _ _ _
*"פאר גבורה אין דער בילדונג – צוואנגן.
מיט אָפּשיַי – ניקאָליַי דער צווייטער."
Post Reply