Стихи Семена Цванга в редакции Сары Зингер

Всё о языке идиш

Moderator: Ontario14

Forum rules
На форуме обсуждаются высказывания участников, а не их личные качества. Запрещены любые оскорбительные замечания в адрес участника или его родственников. Лучший способ защиты - не уподобляться!
Post Reply
Семен Цванг
активный участник
Posts: 73
Joined: Sat Mar 22, 2008 8:13 am

Стихи Семена Цванга в редакции Сары Зингер

Post by Семен Цванг »

ס. צוואנג
רעדאגירט: שׂ. זינגער


קנישיקעס

ס'איז פריילעך ביַי דעם פּריפּעטשיק,
אן אָנגענעמער ריח.
עס באקט מיַין מאמע קנישיקעס,
וואָס ליב איך האָב זיי זייער.

רעפרען:
קנישיקעס! מיַין מאמעס קנישיקעס!
נישטאָ פון זיי געשמאקער אויף דער וועלט.
קנישיקעס! מיַין מאמעס קנישיקעס!
מיט וויַינשל, קרויט צי קעז – מיר אלץ געפעלט!..

אך, ווי זיי כראָמטשען! זייער טעם
איז א גן-עדן ממש!
קומט, ייִדן, כ'בעט: פארזוכט כאָטש סתם
איין קנישיקל דער מאמעס!..

רעפרען.

ציבעלעס און קנאָבל

מיַין באָבע האָט געלעבט ביז 120,
און תמיד זי ז'געווען געזונט און שיין.
זי פאר די אויגן כ'זע, ווי פריילעך לאכט זי,
ביַי איר אין מויל האָבן געשיַינט די ציין.

"וואָס טוסטו – כ'האָב א פרעג געטאָן מיַין באָבע –
כּדי אזוי לאנג לעבן אויף דער וועלט?"
"איך עס וואָס מערער ציבעלעס און קנאָבל
און אָפט... דריי מיט די פיס און מיט די הענט."

5 זין, 4 טעכטער זי ט'געהאט און 60 אייניקלעך.
(זיי קיין עין-הרע קיינעם זאָל ניט זיַין!)
"מען ווערט געזינטערער – געגלייבט זי הייליק האָט –
ווען מ'טרינקט צוויי מאָל אין טאָג א גלעזל וויַין."

א קלוגע זי ז'געוועזן. א חכמה!
צו מאָל איר קול איך הער... זי זינגט, זי לאכט...
מיר דאכט זיך, אז זי לעבט, זי ז'ניט געשטאָרבן –
זי... זעט א חלום אין דער לאנגער נאכט...




א ייִדישער בוים

א יַידישער בוים, וואָס האָט 12 צוויַיגן,
די וואָרצלען און שטאם זיַינע – ריזיקע קראפט.
שוין 3000 יאָר אונדזער בוים שטייט, ווי איַיזן.
ס'איז פון ספר-תורה איעדער זיַין בלאט.

געפּרוּווט האָבן שׂונאים דעם בוים אויפצוריַיסן,
פארברענען, צעברעכן אויף שטיקלעך... וואָס ניט?..
נאָר 3000 יאָר אונדזער בוים שטייט, ווי איַיזן,
און שיַינט פאר אונדז, ייִדן, מיט הייליקער ליכט.

דער ייִדישער בוים וואקסט אין ירושלים.
ווי זיס איז זיַין פרוכט – אונדזער אייביקער טרוים.
שוין 3000 יאָר, שטארק ווי שטאָל, שטארק ווי איַיזן,
ער שטייט ווי א פעסטונג – דער ייִדישער בוים!

גאָלדע

דאָס ליד מיַינס גאָלדען כ'ווידמע –
דער קלוגער "קייסעריניע",
וואָס איד געבורטסשטאָט – קיעוו.
זי שטאמט פון אוקראיִנע.

געבוירן זי ז'געוואָרן
אין זלידנעס, אין פּאָגראָמען,
אין רויך, אין אש און פלאמען...
געטריַיע אונדזער מאמע.

פון אונדזער פאָלק א מאמע,
זי רופט אונדז זיַין צוזאמען,
זאָגט אָן: אין אלע פאלן
ניט זיַין ביַי זיך געפאלן!

די יאָרן פליִען, פליִען...
וואָס וויַיטער – בעסער זע איך.
וואָס וויַיטער – בעסער פיל איך
די שיַין פון גאָלדע מאיִר.

מיט איר ז'געווען אונדז ליַיכטער
אלץ שווערס און שלעכטס באהערשן.
וווּ נעמט מען איצט אזא מין
פּרעמיער צי א פּרעמיערשע?..




א שבת-יויך

אין קיך איז הייס אין פריַיטיק-טאָג.
די באָבע פליקט די פעדערלעך,
די מאמע קאָכט א שבת-יויך –
א גאָלדענע, מיט קניידעלעך...

א מין באטעמטע פעטע יויך! –
די קינדער לעקן ביינדעלעך...
אוי, ווי געשמאק איז שבת-יויך
מיט צוגעברוינטע קניידעלעך!

מע לאכט פון אונדז – מע זאָגט: "יעווריי
ניע מאָזשעט זשיט בעז קוראָטשקי!.."
ס'איז טאקע יאָ! ס'איז טאקע פרייד –
א יויך פון פעטע "פּולאָטשקעס"!..

פון אזא יויך ווערט גוט אין בויך,
אויף דער נשמה – פריילעכער.
אוי, ווי געשמאק איז שבת-יויך
מיט צוגעברוינטע קניידעלעך!


איך האָב זיך פארליבט

דאָס ציגעלע מעקעט, דאָס פייגעלע זינגט...
אוי, ראטעוועט, מענטשן! – איך האָב זיך פארליבט!

זי איז פון אָדעס. מלא-חן ז'איר געשטאלט.
צו איר בין איך הייס, נאָר צו מיר איז זי קאלט...

זי האָט מיך ניט ליב, און ס'איז טאקע "אוי-וויי"...
דאָס פייגעלע זינגט, און דאָס ציגעלע וויימט...

איך האָב איר געזאָגט: "כ'בעט דיך – זיַי מיר א וויַיב!"
געענטפערט זי האָט, אז די חופּה איז וויַיט...

דאָס ציגעלע מעקעט, דאָס פייגעלע זינגט...
אוי, ראטעוועט, מענטשן! – איך האָב זיך פארליבט!
Post Reply