א באלאדע וועגן קיבוצים, ייִדיש: שׂ. זינגער

Всё о языке идиш

Moderator: Ontario14

Forum rules
На форуме обсуждаются высказывания участников, а не их личные качества. Запрещены любые оскорбительные замечания в адрес участника или его родственников. Лучший способ защиты - не уподобляться!
Post Reply
Семен Цванг
активный участник
Posts: 73
Joined: Sat Mar 22, 2008 8:13 am

א באלאדע וועגן קיבוצים, ייִדיש: שׂ. זינגער

Post by Семен Цванг »

"דאָס קאן ניט זיַין, וויַיל עס קאן ניט זיַין קיין מאָל."
(א.פּ. טשעכאָוו)



קיבוץ – ניט קיין חלום אוטאָפּישער,
כאָטש א טרוים האָט א שייכות צו אים.
דורך ניץ און דורך קעלט, ווינטן שטעכיקע,
איבער וועגן געהיימע, בארג-סטעזשקעלעך,
באגיַיסטערט מיט מוט מיט א מין
געשפּאנט האָבן יונגע ראָמאנטיקעס
אהערצו – קיין ארץ-ישׂראל
פון פּולין, פון אומאן, און ערטער אנדערע...
בחרים ייִדישע – שטאָלץ פונעם פאָלק.

די חברה – פון עולים די ניַיינקע –
אין גאנצן ניט וויַיט פונ'ם ים-ברעג
געקויפט א פארלאָזט און אָן וואסער נאָך
פאר זיך האָט א קליין שטיקל ערד.
און איידער באהאנדלען דעם איינקויף
מיט יעדן זיַין מינוס און פּלוס,
זיי האָבן מיט בלויען אויף וויַיסן
דאָס וואָרט אָנגעשריבן: "קיבוץ".

א גראָטע און 15 געצעלטן
אוועקגעשטעלט האָבן זיי באלד.
דאָס אלץ ווי אָן עובר געוועזן
פארן צוקינפטיקן אונדזער לאנד.
קיבוץ אָט דער ערשטער – דגניה
אלס מוסאער געוואָרן געוויס
פאר אנדערע – גרעסערע, ניַיע
ישׂראלדיקע קיבוצים.

אלס מוסטער וועט זיַין לדור-דורות
דער "שומר" – "השומר הצעיר" –
די העלדן, שרעקלאזע גיבורים,
ציוניסטן, מיט גיַיסט אן א שיעור.
געקאָסעט האָט זיי מאלאריִע,
אראבישער ווילדער טעראָר...
ט'געהאָלפן זיי אלצדינג באזיגן
אומשטארביקער העלד טרומפּעלדור.

48-סט יאָר אומפארגעסלעכע.
בעתן קריג דעם 6-טאָגיקן – דאן
א טאנק פון די שׂואנים פארביסענע
א קיבוצניק האָט אונטערגעקלאפּט!
דער דאָזיקער טאנק שטייט אצינדער
לעם אריַינגאנג אין יענעם קיהוץ
און רופט ארויס ווערדע פארדינטע,
און שטאָלץ רופט ארויס ער ביַי אונדז.

ווי א בוים מיט דער ציַיט טוט געוואקסן זיך,
דער קיבוץ האָט צעוואקסן זיך אויך.
דאָרט געפּראוועט מ'האָט פריילעכע חתונות,
נו, און בריתן, בר-מיצוות דערנאָך...
ס'לויפט די ציַיט – קינדער וואקסן זיך אונטער
און זיך גרייטן פארביַיטן די פאָטערס –
אלס דאָקטארים, געאָלאגן, לערערס,
אגראָנאָמען, צי קריגסליַיט, צי בויערס...

ווער האָט אָנגעפירט מיט דער רעגירונג,
מיטן צה''ל צי מיטן מוסד–
געווען דער קיבוץ זייער וווינונג,
דער באזיס, פונדאמענט, יסוד,
ציוניסטישע פעסטונג און קוזניע
פון נצחונות אויף דעם ארבעטס-וועג.
בן-גוריון איז געווען א קיבוצניק.
אויך היַינטיקער פּרעזידענט...

וווּ מיט טויעלעך האָט דער פרימאָרגן
מילד באדעקט אָרכידעעס און גראָז,
געזען האָב איך פעלדער אָט דאָרטן,
וואָס האָניק זיי ברענגען פאר אונדז.
באוווּנדערט זיך האָב איך, ווי פּרעכטיק
אָט דאָרט פירט זיך דאָס בינעריַי –
ווי ס'האָט מיר געדאכט – אינעם בעסטן
קיבוץ וואָס הייסט "יד מרדכי".

דאָך טראָגט ער דעם נאָמען דעם דאָזיקן
לכּבוד דעם ייִדישן העלד –
העראָי מרדכי אנילעוויטשן,
וואָס אין ווארשעווער געטאָ איז ער
געוועזן די פאן פון איר אויפשטאנד,
וועלכער האָט אויפגעטרייסלט די וועלט.
"יד מרדכי" האָט געירשענט
דעם דראנג פונעם מוטיקן העלד.


כ'געדענק אן עקסקורסיע זומער-ציַיט:
אויף דרום האָט דער אויטאָבוס
צום ליבלעכן ים דעם געזאלצענעם
געבראכט אונדז. כ'שטיי לעבן קיבוץ,
וואָס נאָך אלס קוראָרט איז באוווּסט אין לאנד.
"עין-גדי" מען רופט אָט דעם פריַינד –
דעם אמתן וווילן קוריר-אנשטאלט,
פון בערגלעך יהודהס ניט וויַיט.

אין ייִדישן לאנד – אין ישׂראל
300 קיבוצים אזוינע
אלס ירושה באקומען מיר האָבן
פון אונדזערע אורזיידעס, אָבות.
און יעדער קיבוץ פון זיַין גרינדונג
אלץ שטארקער, אלץ פעסטער ער ווערט.
מיר האָבן מיט וואָס צו שטאָלצירן
און חידושן די גאנצע וועלט!

ווען באזוכט האָב איך מיַין געבורטס-שטעטעלע,
ביַי מיר מיט נאיווקייט געפרעגט
האָט א שילערן, א קליינינק מיידעלע:
"דאָס זעלבע איז קיבוץ און קאָלווירט?"
"ס'איז צוויי אומפארגליַיכלעכע זאכן! –
האָט דערהערט זי אן ענטפער פון מיר –
פאר וואָס? זאָלסט דאָס קענען באגריַיפן
א ביַישפּיל אזא כ'האָב פאר דיר:

פאר א חודש א בהמה קיבוצישע
מילך – א טאָן (1000 ליטער!) זי גיט.
פאר אזא זעלבן חודש זאָג – וויפל זשע
מעלקטמען אָן ביַי א קו אין א קאָלווירט?"
לימודים, מלבושים, דאָס וווינונג סיַי –
דער ציבור צאלט אָפּ אָט דאָס אלץ.
פון דער גאָרקיך און ביז צו דער וועשעריַי,
באסיינען און קלובן – אלץ איז דיַינס.

פון מידברות די אייביקע זאָנע
און זומפן וואָס מ'קען זיי ניט דורכגיין
פארוואנדלט אין אָאזיסן האָט מען,
אין ערטער אין אויסנעמיק שיינע .
קיבוץ איז די וועלט פון עלעקטראָניק,
פון מוזייען, קוראָרטן און סעדער.
קיבוץ איז א פרוכט פון עקאָנאָמיק,
דאָס געזינד פון ערדארבעטערס-שעפערס.

אך, וויפל נאָך נסים פארשיידענע
באוויַיזן זיי וועלן, איך קלער –
פון דערגרייכונגען נאנאָ-טעכנישע
און ביז צו קאוויאר פון א שטער.
אי האָפן, אי גלויבן עס גלוסט זיך
(זאָל זיַין נאָר די וועלט א וועלט...),
אז ייִדישע קלוגע קיבוצניקעס
מיט זייערע בריהשע הענט

א סך נאָך מאָל וועלן בארימען
ישׂראל – דאָס ייִדישע לאנד.
א קוק טאָן אויף אונדזער קאָמונע
וואָלט אייך ניט געשאָט, קארל מארקס.
די פעסטע קיבוצער באוועגונג –
איר שטעלט זיך דאָס פאָר, איר פארשטייט:
קיין טראָפּן פארמאָגט ניט פון לענינען
און סאָוועטישער קאָמפּארטיי.
Post Reply