Яков Рейдлер "!שלום דיר, לעבן"

Всё о языке идиш

Moderator: Ontario14

Forum rules
На форуме обсуждаются высказывания участников, а не их личные качества. Запрещены любые оскорбительные замечания в адрес участника или его родственников. Лучший способ защиты - не уподобляться!
Post Reply
Семен Цванг
активный участник
Posts: 73
Joined: Sat Mar 22, 2008 8:13 am

Яков Рейдлер "!שלום דיר, לעבן"

Post by Семен Цванг »

"שלום דיר, לעבן!"

אן איבערבליק פון א ניַיעם זאמלבוך ייִדישע לידער

"אלס קינד דערהערט די ערשטע ווערטער
אין מאמע-לשון דווקא האָב איך.
אין אים דערנאָך גערעדט, געלערנט,
אריַינגעדרונגען אין זיַין גורל.

דאָס איבעריקע – וויי און וואָר עס איז –
וואָס אין סאָוועטן-לאנד האָט זיך געטראָפן.
אין שול אין רוסיש האָב איך זיך פארליבט...
מיַין ייִדיש, ליידער, איז געווען פארבאָטן."

אזוי דערקלערט דער מחבר פונעם זאמלבוך לידער "שלום דיר, לעבן!" סעמיאָן צוואנג, ווי ער וויל זיך פארענטפערן פאר וואָס ער, א ייִד, איז
געוואָרן א רוסישער פּאָעט. סעמיאָן איז א געוועזענער איַינוווינער פון
באלטע ( כּמעט אָדעס).
די געוועזענע איַינוווינערן פון אָדעס שׂרה זינגער, פּאָעטעסע און איבעזעצערן פון רוסיש אויף ייִדיש, האָט געהאלטן, אז סעמיאָנס לידער זיַינען באמת ייִדישע לידער, נאָר אָנגעשריבענע אין רוסיש. זיי זיַינען אויף אזויפיל דורכגעזאפּט מיטן ייִדישן גיַיסט, - האָט זי געטענהט, - אז זיי בעטן זיך ממש אליין מע זאָל זיי איבערזעצן אויף מאמא-לשון. אדאנק די צוויי אָדעסיטן, שׂרהן און סעמיאָנען, איז איצטיקן זומער אין תל-אביב ארויס פון דרוק סעמיאָן צוואנגס בוך לידער " שלום דיר, לעבן!" אין שׂרהס איבערזעצונג.
וואָס לאָזט ניט רוען דעם פּאָעט? וועגן וואָס שריַיבט ער? וועגן דעם זאָגן די נעמען פון די אָפּטיילן אין בוך: "מחשבות", "האלבפארגעסענע מלחמה", "ס'ייִדישע שטעטעלע", "העלדן פון דער באלטער געטאָ", "דאָס קליינינקע לאנד","ייִדן שמייכלען", "זינג, מיַין נשמה!". דער פאָעט רעדט וועגן זיך:

"כ'קליַיב איבער פאָטאָבילדער אין אלבאָם.
אָט – א יונגאטשל, אָט – כ'בין א דערוואקסלינג.
אָט – א סאָלדאט אין א שינעל א לאנגער...
און אָט – א וועטעראן, מיט אוראייניקלעך שוין.
גיך לויפט די ציַיט. נאָר לעבן – סיַי ווי ז'פרייד!
גאנצפרי לעם ים גימנאסטיק תמיד מאך איך.
איבער דעם ניַינטן שוין יאָרצענדליק שפּאן איך
און זינג 'שלום, דיר לעבן!' שטילערהייט..."

סעמיאָן צוואנג האָט "דורכגעשפּאנט" א גרויסן לעבנס-וועג. ער איז א זון פון זיַין פאָלק, און די פּלאָגן, ליידן און פריידן פון די ייִדן זיַינען אים גוט באקאנט.


נאָך א סך פריִער פון סעמיאָנס געבורט איז אין באלטע אין יאָר 1882 אויסגעבראָכן א יִידישער פּאָגראָם, און צווישן דער מענגע קרבנות איז
אויך געווען ציוויע, די פרוי פון סעמיאָנס עלטערזיידע. שפּעטער וועט סעמיאָן שריַיבן:

"כאָטש ס'איז אוועק פון דעמאָלט אָן
אזוי פיל ציַיט, אזוי פיל יאָרן,
כ'שטעל פאָר זיך קלאָר פאר מיַינע אויגן,
ווי עלטער-זיידע מיַינער יוסל
שטייט לעבן טיַיך און קלאָגט, און יאָמערט."

סעמיאָנס זיידע, ווען ס'זיַינען צו דער מאכט אין רוסלאנד אָנגעקומען די באָלשעוויקעס, האָט מיטן חוש דערפילט וואָס מע דארף טאָן און זיך אוועקגעלאָזט
קיין פּאלעסטינע קעמפן פאר ארץ-ישׂראל. מיט אים איז אהין געקומען א טייל פון זיַין גרויסער משפּחה.
דריַי ברידער צוואנג – יוסל, פראָים און סעמיאָן – האָבן געקעמפט אויף דער גרויסער פאָטערלענדישער מלחמה קעגן דעם נאציזם. צוויי ברידער זיַינען אומגעקומען. סעמיאָן איז צוויי מאָל געווען פארוווּנדעט. פונעם ברענענדיקן טאנק האָט אים, א שווער פארוווּנדעטן, ארויסגעשלעפּט די פראָנט-שוועסטער אסתר.

"אסתר, דו ביסט געבוירן געוואָרן אין מיַי.
אויך דער זיג-שטערן – אין חודש זעלבן.
. . . . . . . . . . . . . . . . .
דיר צו דאנקען געבליבן כ'בין לעבן."

די דורכגעדרונגטע מיט דראמאטיזם פּאָעמע "רבקה" (אן איין-און-איינציקע אין בוך ) פארנעמט אן אָנזיכטיק אָרט ניט נאָר לויטן פארנעם, נאָר אויך לויטן אָנגלי פון ליַידנשאפטן אין לאגע פון סאָוועטישע ייִדן אין דער נאָכמלחמהדיקער ציַיט. מיר וועלן פרוּוון איבערגעבן די פאבולע פון דער פּאָעמע:
אָנהייב פון מלחמה. די סאָוועטישע מיליטער-טיילן טרעטן אָפּ. א באן מיט פּליטים יאָגט אויף מזרח. אין וועג האָט א פרוי געבוירן א קינד. דער שׂונא האָט
צעבאָמבירט די באן. אין גראָז – א לעבעדיק פּיצל. דערנעבן דער טויטער מאמען. אין אירע קאלטע פינגער – א מעדאליאָן. דאָס פּיצל האָט געראטעוועט נחמה. זי איז געוואָרן די מאמע פון רבקהן – אזוי האָט נחמה אָנגערופן דאָס פּיצל.
ס'זיַינען דורכגעגאן יאָרן. רבקהן איז געוואָרן 18 . נחמה אנטפּלעקט איר דעם סוד פונעם מעדאליאָן. רבקה האָט אלע אריַינטרעט-עקזאמענס אין
אינסטיטוט אויסגעהאלטן אויף "5", נאָר אין דער רשימה פאררעכנטע אין אינסטיטוט האָט זי איר פאמיליע שולמאן ניט דערזען. רבקה האָט זיך א לאָז געטאָן צום רעקטאר.

"...זי האָט דערהערט פונ'ם רעקטאָר 'וואָן!'
אין ייִדיש דאָס באטיַיט 'ארויס פון דאנען!'
ביַי איר א פאל געטאָן דער מעדאליאָן,
און אויפן דיל זי ז'מיט געוויין געפאלן..."

"דער רעקטאָר האָט אָן איבעריקן חשק, מיד
צו איר זיך אָנגעבויגן און דערזען האָט פּלוצלינג,
ווי פונעם מעדאליאָן צו אים גליַיך ווינקט
זיַין הייליקע ביז היַינט נאָך וויַיטע יוגנט...
. . . . . . . . . . . . . . . . . .
'און וווּ ז'אנפיסע – וווּ דיַין מאמע איז?' –
אלץ אויסגעפרעגט ער האָט ביַי רבקהן בלייכער.
'ניין, קיין שום אנדער מאמע ווייס איך נישט!
מיַין מאמע איז נחמה, און אויף אייביק!'
. . . . . . . . . . . . . . . . . .
לעבן א קליינער סטאנציִע – א ראָוו,
וואָס היט דעם וויי פון יענער וויַיטער דראמע.
דאָרט שטייט דער גרויער רעקטאָר ביריוקאָוו,
ביַינאנד מיט אים – אי רבקה, אי נחמה."


אין ציַיט פון מלחמה האָבן די ייִדן צוזאמען מיט אנדערע פעלקער געקעמפט קעגן דעם טויט – געפערלעכן שׂונא פאר דער רעכט צו לעבן. פאר דער רעכט צו לעבן אין דער אייגענער נאציאָנאלער היים זיַינען די ייִדן געקומען קיין ישׂראל.
לאמיר איבערלייענען וואָס עס שריַיבט, און דווקא אין ייִדיש, וועגן דעם פאָלק ישׂראל אין ירושלים דער מחבר סעמיאָן צוואנג:

" דער ייִדישער בוים, וואָס ער האָט 12 צוויַיגן,
די וואָרצלען און שטאם זיַינע – ריזיקע קראפט,
שוין 3000 יאָר שטייט ער פעסט, שטארק ווי איַיזן,
ס'איז פון ספר-תורה איעדער זיַין בלאט.

געפּרוּווט האָבן שׂונאים דעם בוים אויפצוריַיסן,
פארברענען, צעברעכן אויף שטיקלעך... וואָס ניט?..
נאָר 3000 יאָר אונדזער בוים שטייט ווי איַיזן
און שיַינט פאר אונדז, ייִדן, מיט הייליקער ליכט. "

אין ישׂראל האָבן זיך ביַים פאָעט באוויזן ניַיע טעמעס און סיוזשעטן. מערער לירישע לידער (ס'ווילט זיך אָפּמערקן דאָס וווּנדערלעכע ליד "א צוויַיגל"), ס'האָבן
זיך באוויזן לידער-מחשבות און לידער הומאָריסטישע.
ישׂראל איז א קליין לאנד, און ס'איז ביַי אים א סך שׂונאים. סעמיאָן צוואנג שריַיבט וועגן זיי מיט סארקאזם.

א פראגמענט פון זיַין ליד "ניט-אדעקוואט":

"חאמאסניקעס דערהרגענען א ייִדן –
און צה''ל ליקווידירט פאר אים 3 פיַינט.
דאן אונאָ – פעסטונג פון אנטיסעמיטן –
ווערט בייז און שריַיט: 'סטיַיטש! ס'איז ניט-אדעקוואט!'

פאר אלע מנוּוולים-טעראָריסטן
דאָס ייִדיש פאָלק איז ווי א ביין אין האלדז.
זיי חלומען... פארניכטן אלע ייִדן
און נאָך דעם זאָגן: 'דאָס איז אדעקוואט!' "

מיר קענען ניט פארביַיגיין אזוינע מערקווירדיקע לידער פון דער זאמלונג ווי "באגעגעניש מיט שאגאלן", "ס'ייִדישע שטעטעלע", "אָדעסער 'שא' ", "גאָלדע", "רחמיל", "קנישיקעס" און אנדערע. סעמיאָן צוואנג איז א פּאָעט פון פארכאפּנדיקע סויזשעטן. נאָך א פראגמענט פון א ליד:

"ס'איז פריילעך ביַי דעם פּריפּעטשיק,
א תענוגדיקער ריח.
עס באקט מיַין מאמע קנישיקעס,
וואָס ליב איך האָב זיי זייער.

קנישיקעס! מיַין מאמעס קנישיקעס!
נישטאָ פון זיי געשמאקער אויף דער וועלט.
קנישיקעס !מיַין מאמעס קנישיקעס!
מיט וויַינשל, קרויט צי קעז – מיר אלץ געפעלט!.."

ס'זיַינען אינטערעסאנט די הומאָריסטישע מיניאטיורן און מענאזשעריע. עס וועלן זיַין צום הארצן די לייענער און ס'וועלן זיי פרייען די מוזיקאלישע ניַיסן: "טאנגאָ פונעם נצחון"," אשקלונער וואלס", " פון יוביליי – צו יוביליי". אין דער זאמלונג זיַינען זיי סיַי אין דער לאטיַינישער טראנסקריפּציע. ס'וועלן אויך צו נוץ קומען די נאָטן. די מוזיק האָט געשאפן דער קאָמפּאָזיטאָר מארק שטיינבערג.
דער היַינטציַיטיקער ייִדישער לייענער (און ער איז, ג-ט צו דאנקען, א לעבעדיקער, ניט קיין אָנגעטראכטער) נייטיקט זיך אין ניַיע פולווערטיקע ווערק. דער ארויסלאָז פון סעמיאָן צוואנגס זאמלונג לידער אין ייִדיש איז א באטיַיטיקע געשעעניש אין דער ייִדישער ליטעראטור. מיר ווינטשן דעם מחבר און דער איבערזעצערן געזונט און שעפערישע לאנגיאָריקייט אין אונדזער מאמא-לשון.


א נאָכוואָרט

סעמיאָן צוואנג איז א מיטגליד פונעם פאראיין ישׂראלישע רוסישע שריַיבער. ער איז א לאורעאט פון דריַי צווישנפעלקערלעכע און צוויי ישׂראלישע פּאָעטישע קאָנקורסן, א לאורעאט פון וויקטאָר נעקראסאָווס פּרעמיע.
שׂרה זינגער איז א מיטגליד פונעם פאראיין פון ישׂראלישע ייִדישע שריַיבער. זי איז א מחבר פון עטלעכע ביכער און זאמלונגען לידער. איר דעוויז: "בוי אויס א שטוב, פארזעץ א בוים, האָב געבוירן א קינד און לערן עס אויס רעדן ייִדיש!"

יעקב ריידלער
גני-אביב
Post Reply